wtorek, 25 maja 2010

Fragment książki Abrahama Rechtmana w jidysz


"שמד-ציגל" און "ליבע-ציגל" אױג קבֿרים פֿון צדיקים

על-פּי-רובֿ געפֿינט מען כּימעט אין יעדן "אוהל" פֿון אַ צדיק - "קוויטלעך", וואָס זײַנע חסידים האָבן אים דערלאַנגט אין משך פֿון זײַן לעבן און נאָך זײַן הסתלקות האָט מען דאָ "קוויטלעך" אים מיטגעגעבן.
ס׳איז אױך געווען אײַנגעפֿירט צווישן חסידים, אַז סײַ בעת אַ צרת-הפּרט: אױב ס׳האָט זיך בײַ עמעצן, חלילה, געטראָפֿן אַן אומגליק, און סײַ אין אַ צרת-הכּלל: אַ בילבול, אַ גזירה - זאָל מען עולה זײַן אױפֿן "ציִון" פֿונעם רבין, אַרײַנלייגן אַ קוויטל אין "אוהל" אַרײַן אום מתפּלל זײַן.
געוויינטלעך זײַנען די "קוויטלעך" געווען געשריבן אים לשין-קודש. ס׳זײַנען אָבער אױך געפֿונען געוואָרן אַ בײַטנדיקע צאָל, געשריבן אין ייִדיש. דאָס פּאַפּיר און פֿאָרמאַט - פֿערשיידנאַרטיק. אײניקע אַפֿילו דרײַעקיקע. דער נוסח און אינהאַלט - אױסערגעוויינטלעך אינטערעסאַנט און פֿון גרויסן עטנאָגראַפֿישן באַטײַט.
דאָס איז אַ טעקסט פֿון אַ דורכשניטלעכן קוויטל:

ק״ם (קוויטל מאַת) משה בן רחל אודבֿיתהו מלכּה בת אַסתר לישיִעה בגו״ן (בגוף אונפֿש) אולרפֿו״ש (אולרפֿיִאַה שלמה) אולזש״ק (אולזרע של קימאַ) פּ״ן (פּידון נפֿש) אַ׳ רו״ך (רובל כּסף).

אַ גרויסע קאָלעקציִע פֿון אַלערליי "קוויטלעך" האָט די עקספּעדיציִע צונויפֿגעקליבן.
אַחוץ די "קוויטלעך" האָט זיך דער עקספּעדיציִע אײַנגעגעבן צו געפֿינען אױף קבֿרים פֿון גאָר באַרימטע צדיקים - "געברענטע" ציגל, אױף וועלכע ס׳איז געווען אױפֿגעשריבן, אָדער אױסגעקריצט, תפֿילות און שפּרוכן קעגן פֿאַרשיידענע אומגליקן.
פֿון די אַנטדעקטע ציגל איז אונדז געלונגען פֿעסטצושטעלן צווייערליי מינים ציגל, וואָס לויט זייערע אױפֿשריפֿטן קענען זיי אָנגערופֿן ווערן: "שמד-ציגל" און "ליבע-ציגל".

די "שמד-ציגל" האָבן געדינט ווי אַ סגולה קעגן אײנעם, וואָס איז אַרויס לתּרבות-רעה און געהאַלטן בײַם בײַטן דאָס רענדל. די "ליבע-ציגל" האָבן געדינט ווי אַ סגולה קעגן אַ גאַרפֿירטער, אומגליקלעכער ליבע. אױף די געפֿונענע "שמד-ציגל" זײַנען געווען אױפֿגעשריבן, אָדער אױסגעקריצט, מיט סיפֿריש כּתבֿ, די ווײַטערדיקע ווערטער:

"כּשס שהלבֿנה זי בוערת באַש, כּן איבער לבֿ פּלוני בען פּלוני (פּלונית בת פּלונית) שיצאַ(ת) לתּרבות רעה,שיהפּוך לבו(ה) לשמים לטובֿה"...

ייִדישע איבערזעצונג:

"אַזוי ווי דער ציגל ווערט געברענט אין פֿײַער, אַזוי זאָל ברענען דאָס האַרץ פֿון דעם און דעם (פֿון דער און דער), וואָס האָט אָפּגעקערט פֿון ייִדישקייט. אַז זײַן (איר) האַרץ זאָל זיך אומקערן צום גאָט און צום גוטן..."

לויט ווי מ׳האָט אונדז איבערגעגעבן, איז דאָס צוגרייטן פֿונעם "שמד-ציגל" פֿאָרגעקומען אױף דעם פֿאָלגנדיקן אופֿן:
די עלטערן, די פֿרוי, אָדער די גאָר נאָענצטע פֿון דעם, וואָס איז אַרויד לתּרבות-רעה, האָבן מיט זייערע אײגענע הענט געקנאָטן די ליים און געמאַכט אַ ציגל און אױף אים געלאָזט אױפֿשרײַבן, אָדער אױסקריצן, דעם אױבנדערמאָנטן טעקסט. דערנאָך האָט מען דעם ציגל געברענט אין אַן אױוון זיבן טעג און זיבן נעכט צורכאַנאַנד. ערשט דעמאָלט האָט מען דעם ציגל אַרויסגענומען פֿון אױוון, אים געבראַכט אױף בית-עולם און אַוועקגעלייגט אױף אַ קבֿר פֿון אַ גאָר גרויסן הייליקן צדיק.
אָפֿטמאָל פֿלעגט מען אַפֿילו פֿאָרן מײַלן ווײַט, כּדי דעם ציגל אַוועקצולייגן אױף אַ קבֿר פֿון אַ גדול מישׂראַל, פֿון אַ גרויסן צדיק, וואָס איז געווען מפֿירסם ווי אַ "פּועל אישועות".

אױך די "ליבע-ציגל" זײַנען צוגעגרייט געוואָרן אױף דעם זעלביקן אופֿן ווי די "שמד-ציגל", און אױך אױף זיי פֿלעגט מען אױפֿשרײַבן, אָדער אױסקריצן, אָט-דעם ענלעכן טעקסט:

"כּשם שהלבֿנה זי בוערת באַש, כּן איבער לבו של פּלוני בן פּלוני (פּלונית בת פּלונית). אוכּכם שהלבֿנה זו נשברת אונפֿרדת, כּן אישבע אויִפֿר לבם של זש מזו (של זי מזש) לעולמי עד".

ייִדישע איבערזעצונג:

"אַזוי ווי דער ציגל ווערט געברענט אין פֿײַער, אַזוי זאָל ברענען דאָס האַרץ פֿון דעם און דעם (פֿון דער און דער), און אַזוי ווי דער ציגל ווערט צעבראָכן און צעטיילט, אַזוי זאָלן צענראָכן און צעטיילט ווערן די פֿון דעם און דעם פֿון איר (פֿון דער און דער פֿון איר) אױף אײביק און שטענדיק".

אױך דעם "ליבע-ציגל" פֿלעגט מען ברענען אין אַן אױוון זיבן טעג און זיבן נעכט דורכאַנאַנד. דערנאָך פֿלעגט מען דעם ציגל צעברעכן אױף צווייען און די צוויי העלפֿטן אַוועקלייגן אױף צוויי באַזונדערע קבֿרים פֿון צוויי גדלי הדור.
און ווי געזאָגט, איז אונדז געלונגען צו געפֿינען אױך ציגל מיט אַנדערע נוסחאַות: ס׳איז אָבער שווער געווען איבערצולייענען די אױפֿשריפֿטן און פֿעסטצושטעלן צו וואָסערע געלעגנהייטן זיי זײַנען גענוצט געוואָרן וואָ סגולות און תּרופֿות.
די גרעסטע צאָל אַזעלכע ציגל האָבן מיר געפֿונען אױפֿן קבֿר פֿון ר׳ לויִ איצחק באַרדיצזעווער. די "ציגל פֿון ליבע" זײַנען אָבער געווען בלויז העלפֿטן, די צווייטע העלפֿטן איז אונדז נישט געלונגען צו געפֿינען.
איך געדענק ווי אין מעזשיבוזש האָבן מיר אױפֿן קבֿר פֿון ר׳ אישׂראַל בעל-שם-טובֿ געפֿונען אַ האַלבן "ליבע-ציגל". האָבן מיר זיך מעשר געווען: אַזוי ווי אױפֿן מעזשיבוזשער בית-עולם זײַנען פֿאַראַן קבֿרים פֿון אַ סך אַנדערע גרויסע צדיקים, מוז זיך ערגעץ געפֿינען די צווייטע העלפֿט פֿונעם ציגל אױף אַן אַנדער קבֿר פֿון אַן אַנדער גרויסן צדיק. דרײַ טעג נאָכאַנאַנד האָבן מיר גענישטערט אױף די קבֿרים פֿונעם בעש״טעס תּלמידים, אױך אױפֿן קבֿר פֿונעם אַפּטער רבֿ, ביז ס׳איז אונדז סוף-כּל-סוף געלונגען צו געפֿינען די צווייטע העלפֿט ציגל אױפֿן קבֿר פֿון ר׳ ברוכל מעזשיבוזשער, דעם בעש״טעס אײניקל.

Opracowanie: Anna Ciałowicz

Brak komentarzy:

Prześlij komentarz